נאָך פּרטים

די: דער געװיסיקער אַריטקל, מערצאָל

אײנצאָל מערצאָל
דער ראָבאָט איז רײן. די ראָבאָטן זײַנען רײן.
די באַנאַנע איז געשמאַק. די באַנאַנעס זײַנען געשמאַק.
דאָס מײדל איז הונגעריק. די מײדלעך זײַנען הונגעריק.

די אַרטיקלען דער/די/דאָס ניצט מען װען מע רעדט װעגן אײן זאַך (אַ סובסטאַנטיװ אין אײנצאָל). מע ניצט די װען מע רעדט װעגן מער װי אײן זאַך (אַ סובסטאַנטיװ אין מערצאָל).

אַרטיקלען
אײנצאָל מערצאָל
דער די
די די
דאָס די

אַ/אַן: דער אומגעװיסיקער אַרטיקל

  • אַ באַנאַנע און אַן עפּל.

אַ ניצט מען פֿאַר אַ װאָרט װאָס הײבט זיך אָן מיט אַ קאָנסאָנאַנט און אַן פֿאַר אַ װאָרט װאָס הײבט זיך אָן מיט אַ װאָקאַל (אַ אָ או אי אײ אײַ ע).

אַ באַנאַנע
װײַנטרױב
שוך
מײדל
ייִנגל
ראָבאָט
אַן עפּל

איז דאָ / זײַנען דאָ

  • ס׳איז דאָ מילך.
  • װיפֿל מילך איז דאָ? ס׳איז דאָ אַ ביסל מילך.
  • עס זײַנען דאָ באַנאַנעס.
  • װיפֿל באַנאַנעס זײַנען דאָ? עס זײַנען דאָ 5 באַנאַנעס.

די פֿראַזע איז דאָ / זײַנען דאָ װײַזט אָן אױף פֿאַראַנענקײט צי דערבײַיִקײט. איז דאָ ניצט מען מיט אַ סוביעקט אין אײנצאָל; זײַנען דאָ ניצט מען מיט אַ סוביעקט אין מערצאָל.

װען קײן אַנדער װאָרט קומט נישט פֿאַר דער פֿראַזע איז דאָ / זײַנען דאָ, הײבט זיך אָן דער זאַץ מיטן װאָרט עס:

  • עס זײַנען דאָ עפּל.
  • ס׳איז (= עס איז) דאָ אַן עפּל.

ס׳איז איז אַ פֿאַרקירצונג פֿון עס איז. מע ניצט געװײנטלעך די פֿאַרקירצטע פֿאָרמע, אי װען מע רעדט, אי װען מע שרײַבט.

איז דאָ זײַנען דאָ
ס׳איז דאָ אַ שוך. עס זײַנען דאָ שיך.
ס׳איז דאָ 1 באַנאַנע. עס זײַנען דאָ 5 באַנאַנעס.
ס׳איז דאָ אַ סך אײַזקרעם. עס זײַנען דאָ אַ סך װײַנטרױבן.
װיפֿל אײַזקרעם איז דאָ? װיפֿל באַנאַנעס זײַנען דאָ?

װעגן אָט דער פֿונקציע פֿונעם װאָרט עס, זען אױך נאָך פּרטים 4.1 „דער עקספּלעטיװער עס“.

באַמערקט׃

איז דאָ איז אַן אידיאָמאַטישער אױסדרוק װאָס װײַזט אָן אױף דערבײַיִקײט, אַנדערש װי דאָס װאָרט דאָ אַלײן, װאָס מיר האָבן פֿריִער געלערנט (מאָבי, דו ביסט דאָ!), װאָס װײַזט אָן אױף אַ ספעציפֿישן אָרט.

אַ מאָל קומען די צװײ דאָען צוזאַמען:

  • עס איז דאָ דאָ אַן עפּל.

אַזױ װײַזן מיר אָן אױף אַ זאַך נאָענט צו אונדז (דאָ אַקעגן דאָרט).

די צאָלן אײנס ביז צען

די צאָלן 10-1
1 אײנס
2 צװײ
3 דרײַ
4 פֿיר
5 פֿינף
6 זעקס
7 זיבן
8 אַכט
9 נײַן
10 צען

אײן/אײנס

  • אײן באַנאַנע, אײן שוך, אײן ראָבאָט
  • אײנס, צװײ, דרײַ...
  • – װיפֿל באַנאַנעס זײַנען דאָ?
    אײנס. עס איז דאָ אײן באַנאַנע.

די פֿאָרמע אײנס ניצט מען װען קײן סובסטאַנטיװ קומט נישט דירעקט נאָך דער צאָל. די פֿאָרמע אײן ניצט מען מיט אַ סובסטאַנטיװ װאָס קומט גלײַך דערנאָך.

אײן/אײנס
אײן [עפּל/באַנאַנע/שוך…] אײנס.