קולטור

דימינוטיװ פֿון פּרט־נעמען Image

צערטל־סופֿיקסן בײַ פּערזאָן־נעמען

אין ייִדיש איז זייער אָנגענומען צו פֿאַרציִען אַ פּערזאָן־נאָמען אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. דאָס מאַכט דעם נאָמען היימישער און צוגעפּאַסטער צום טאָן און צו דער באַציִונג וואָס גילטן צווישן נאָענטע מענטשן.

געוויינטלעך איז די פֿאַרצויגענע פֿאָרמע די וואָס עס ניצן טאַטע־מאַמע, און בכלל דערוואַקסענע, בײַם רעדן וועגן אַ קינד אָדער צו אַ קינד. די באַזונדערע פֿאָרמע דריקט מערסטנס אויס גוטגינציקייט און ליבשאַפֿט. די פֿאָרמע ווערט אַוודאי אויך געניצט פֿון קינדער צווישן זיך.

דער אָפֿטסטער אופֿן צו פֿאַרציִען אַ נאָמען איז דורכן צוגעבן איינעם פֿון די סופֿיקסן:

–⁠ל, –⁠עלע, –⁠קע, –⁠עניו, –⁠שי…

למשל, אַז נעמיס באָבע רעדט אָדער שרײַבט צו איר, רופֿט זי זי „נעמילע“. און נעמי, פֿון איר זײַט, ווײַזט אויך אַרויס די זעלבע וואַרעמע באַציִונג, ווענדנדיק זיך צו דער באָבען מיט „באָבעניו“ אָדער „באָבעשי“ און צום זיידן מיט „זיידעניו” צי „זיידעשי”. (אין אַזאַ ווענדונג פֿונקציאָנירן די װערטער „באָבע“ און „זיידע” ווי נעמען.)

דאָס ייִנגל וואָס מיר קענען ווי „מאירקע“, אַז ער וועט נאָר אויסוואַקסן, וועט ער שוין מסתּמא הייסן בײַ אַלעמען פּשוט „מאיר“. בלויז זײַנע עלטערע קרובֿים און זײַנע חבֿרים פֿון די קינדער־יאָרן וועלן אים נאָך רופֿן פֿאַרצויגן „מאירקע“. נאָר אַז עס וועט קומען צו דעם, וועט זײַן כּלה האָבן די ברירה צו רעדן צו אים צערטלעך ניצנדיק ווידער די פֿאָרמע „מאירקע“ אָדער צוטראַכטנדיק אַן אייגענעם נוסח: „מאירל“, „מאירקעלע“, „מאירעניו“, „מאירוש“...

נישט שטענדיק אָבער רופֿט אַרױס אַ פֿאַרצױגענער נאָמען אַ צערטלעך געפֿיל. בײַ אײַנגעפֿונדעוועטע נעמען פֿון תּנכישן אָפּשטאַם קען אַ היימיש פֿאַרצויגענע פֿאָרמע קלינגען זייער אַנדערש פֿונעם מקור־נאָמען, און אַנטוויקלט זיך אָפֿט אין אַ נאָמען פֿאַר זיך (אָן אַ בײַטײַטש פֿון קינדער־יאָרן צי װאַרעמקײט), למשל:

יאַנקל (פֿון יעקבֿ), באַשע (פֿון בת־שבֿע), מאָטל (פֿון מרדכי), פֿאַליק (פֿון רפֿאל), סאַנע (פֿון נתנאל), סרוליק (פֿון ישׂראל).

כּדי אױסצודריקן אַ צערטעך געפֿיל קען מען אױך די נעמען פֿאַרציִען, למשל: יאַנקעלע, באַשעניו, פֿאַליקל.

אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער געזעלשאַפֿט האָט זיך דער „ריכטיקער נאָמען“ אָפֿטער גערעכנט ווי מער בכּבֿודיק איידער דער פֿאַרצויגענער, ווי מע קען עס הערן אינעם ווערטל:

ר׳ משה מעג און מאָשקע טאָר נישט.

דאָס הייסט: די געזעלשאַפֿטלעכע כּללים זענען אַנדערע פֿאַר אַ רײַכן, רעספּעקטירטן בעל־הבית ווי פֿאַר אַן אָרעמאַן אַ בעל־מלאָכה.

אַ פֿאַרצויגענער נאָמען בײַ אַ דערוואַקסענעם פֿלעגט אָפֿט מאָל גיין צוזאַמען מיט אַ צונאָמען פֿאַרבונדן מיט אַ „נידעריקער“ פּראָפֿעסיע, למשל: אַבֿרהמעלע מלמד, מאָטקע גנבֿ.

עס זענען אָבער דאָ גענוג פֿאַלן, ווען דער פֿאַרצויגענער נאָמען ווײַזט אָן אויף אַ „גײַסטיקער“ נאָענטקייט מיט אַ גאָר רעספּעקטירטער פּערזענלעכקייט, ווי למשל אַ חסדישן רבין: ר׳ מענדעלע פֿון קאָצק, ר׳ דודל קאַרלינער — און װער שמועסט נאָך, אַז דעם אַלמעכטיקן אַליין קען מען אָנרופֿן גאַנץ היימיש מיטן פֿאַרצויגענעם „גאָטעניו“.

װעגן דעם באַניץ פֿון די סופֿיקסן –⁠ל און –⁠עלע אין דער פֿונקציע פֿון דימינוטיװ, זען 6.4 נאָך פּרטים.